Lipa Schmeltzer - Chasam Soifer paroles de chanson

paroles de chanson Chasam Soifer - Lipa Schmeltzer



•••
דער הייליגער חתם סופר
זיצט זיך אין זיין הויף′ל
פסק'נט שאלות ותשובות אן א עק
מען קומט אן הפסקה
פרעשבורג און קראקא
הערן די חידושים דער צדיק′ס הייליגע ווערק
דער הייליגער חתם סופר פאר ימים נוראים
בעט דעם באשעפער די געשאנק אין האנט
כאטש איך ווייס דו האסט מיין לעבן שוין פונקטליך אזוי אויסגעפלאנט
אבער אפשר דאך געב מיר אביסעלע טאלאנט
וואס וואלט איך געוואלט
מער פון געלט און גאלד
די כח הנגינה דאס איז מיין מטרה
איך מוז נישט ווערן א זינגער
אבער דאך קען עס מיר מאכן גרינגער
מיט א שיינע ניגון צו זינגען א שטיקעלע גמרא
"קודשא בריך הוא
דא רעדט אלעזר ליפא בן ראובן דו האסט מיר געגעבן טאלאנט
ארומצופארן לענדער
ניגונים גאנצע בענדער
פארשידנארטיג, פאר יעדן אן אנדער באנד
אבער הייליגע באשעפער אז איך טראכט פון מיין טאטע
דארטן אין גן עדן לערנט ער ערגעץ ווייט
דאך איך הער נאך זיין קול תורה
איך זעה נאך די גמרא, די ברוינע בלאט
אזוי זיס געלערנט אויסגענוצט די צייט
וואס וואלט איך געוואלט
מער פון געלט און גאלד
איך וואלט אויפגעגעבן האלב פון מיין טאלאנט פאר די מטרה
איך בעט דיר ווען איך טראכט פון מיין טאטן
אביסל חשק וועט נישט שאטן
ווער האט באהאלטן מיין חשק צו עפענען א גמרא"



Writer(s): ליפא שמלצר


Lipa Schmeltzer - Lipa's Gevaldig
Album Lipa's Gevaldig
date de sortie
28-02-2020




Attention! N'hésitez pas à laisser des commentaires.