Lipa Schmeltzer - Nisht Farshaimen - נישט פארשעמען paroles de chanson

paroles de chanson Nisht Farshaimen - נישט פארשעמען - Lipa Schmeltzer



קובע זיין אן איבעריאר אין לוח
קען נישט זיין סיי וועלכער שליח
זיבן אויסדערוועלטע מ′בראכט
אבער א מהומה פאסירט היינט נאכט
ס'קומט צו איינער אומגעלאדנט
עס האבן זיך אנגערוקט אכט
אט רופט אויס רבן גמליאל דער נשיא
ווער האט זיך ארויפגעשלייכט
דא אויפ′ן דאך אן רשות
ניין עס העלפט נישט קיין חטאתי
רבן גמליאל זאגט גלייך
שוין פארלאזן דער יעניגער מוז
אינדערזייט עמיצער קליינטשיג און דאר
שמואל הקטן כאטש קליין גארנישט א נאר
מיט אן איינגעהאלטענעם שטימע
און א ווייכע טאן
איך בין דער אכטער, צוגעקומענע
דעם רבינ'ס פסק נעם איך אן
רבן גמליאל זעט די זיצונג ס'וועט שאטן
אן א מענטש ווי שמואל
ווער וועט אונז ראטן
ר′ שמואל דו ביסט דער אומגערופענער
אין די אויגן קוק מיר גראד און
זאג מיר צי דו
דו מאכסט דא עפעס אויף א מעשה
אדער ס′איז עס מעשה שטן
אבער אנדערע סנהדרין
ווילן גארנישט ענדערן
א פסק איז א פסק
כאטש ר' שמואל איז אין תורה א קנאק
אויב ער גייט פון דא
איז אונז גארנישט געשמאק
ווייל די ערליכע סנהדרין
ווילן שמואל נישט פארשווענדערן
מיר ברויכן זיין פסק
אבער שמואל די ספרים ער פאקט
ווייל שמואל הקטן נעמט אן ערליך
דעם רבינ′ס פסק
א מענטש ווערט פארשעמט קען זיך
שפירן באלד ווי טויט,
ס'זעט אויס שמואל הקטן גייט
פארשעמט און רויט,
נישט סתם איז שמואל
פון די גאר גרויסע לייט
ווילט איר אפשר
הערן א העכערע באדייט
לאמיר אריינבליקן אין
סנהדרין דף יא עמוד א′
וואס אין די גמרא שטייט
ניטאמאל איז שמואל געווען דער יעניגער
ער איז נישט א ווידערשפעניגער
ס'איז קיינמאל נישט געוועזן שמואל
ווייל דרך ארץ איז פון
די חשוב′סטע סעיפין
שמואל וואלט קיינמאל נישט
געקומען אומגערופן
נאר ווא'דען
ער האט פאר יענעם געהאט געפיל.
ענדערש זאל בלייבן אינעווייניג
דער אָן-רשות'טער
ווי שטרענג מ′האט עס געמיינט
מסתמא האט נישט געוואוסט-ער
זאלן זיי דא אלע
מיר אינגאנצן בלעימען
איך נעם עס אויף מיר
און יענעם זאל מען
נישט פארשעמען
איך וויל נישט, און איך וועל נישט
און איך טאר נישט, און איך מעג נישט
און איך קען נישט
א איד פארשעמען
איך קען נישט
און איך מעג נישט
און איך טאר נישט
און איך וויל נישט
און איך וועל נישט
א איד פארשעמען
ווייל איך וויל נישט
איך טאר נישט
איך קען נישט
איך מעג נישט
אין איך וועל נישט
א איד פארשעמען
רבי יהודא הנשיא לערנט פאר ווען
פלוצלונג שפירט ער אז ס′איז טראבל
עס שטערט דאס זיסע לערנען
ווייל איינעמיס מויל שמעקט פון קנאבל
עס שטערט די גאנצע שטיבל
רבי יהודא האט פאראיבל
די ארומיגע קענען נישט לערנען
איז עס קנאבל צי צוויבל
זאגט רבי יהודא הנשיא ווער עס האט
געגעסן א געקעכטס א גוטער
לערנען אזוי איז נישט מותר
עס שטערט מיך פון תורתי
דעיס שמעקט פון קנאבל נישט פון פוטער
האלאו האלאו ס'סארכעט דא
די גראך איז ביטער
אקעי ס′נישט קיין דזשאוק, פליז ווער ס'האט
זיך דא אנגעוויזויהייסטעס מיט קנאבל
גייטס ארויס פון דא, זייט מוחל, דרך ארץ
נאך פאר מען הערט א קרעכץ א בכיה
שטעלט זיך אויף דער גרויסער רבי חייא
רבי חייא
ער גייט פון שול ארויס
מיט אן איידל תנועה
אוי רבי חייא גייט ארויס
הייבן זיך אויף אלע בני עליה
רבי חייא? ער איז בכלל
נישט דער מענטש וואס
קומענדיגע טאג דער קינד פון רבי יהודה
רבי שמעון פרעגט ביי רבי חייא
טייערער ברודער צי וואס האסטו
געברענגט דעם שמעק
די קנאבל אין צימער
און מיין טאטע געשטערט ביים באלעמער
איי ענטפערט רבי חייא
אזא זאך ביי מיר וואלט נישט
געשען ווען אימער
ווייל דו ווייסט דאך אין דער מידה
פון נקיות באהאוונט שטארק זעמיר
אבער אז א צווייטער איד זאל ווערן
פארשעמט קען איך נישט צוקוקן ניין
איז ענדערש אין דעם מעשה פון דעם
קנאבל וועל איך זיך מיט בושות שטיקן
רבי חייא האט געלערנט
די מידה גאר טייער
א געשעעניש מיט א פרוי
וואס רעדט זיך אפ זייער
פארנט פון אלע בחורים
אין ישיבה ביי רבי מאיר
רבי, א חתונה א בחור
ביי מיין הויז א געפעל
און נאך אפאר מינוט פלוצלינג
אנטלאפן איז ער שנעל
און מער קיינמאל נישט
איבערגעטרעטן מיין שוועל
איך געדענק ניטאמאל וויאזוי
דער בחור קוקט אויס
יעצט בין איך אן עגונה איך
קען נישט אויפבויען א הויז
אזוי? רבי מאיר מיט זיין חכמה
ער שרייבט אויפ′ן פלאץ איר א גט
די בחורים זען וואס דער רבי טוט
שטעלן זיך אין דער שורה אלע
א גט איר מען געבט
איך וויל נישט
און איך וועל נישט
און איך טאר נישט
און איך מעג נישט
און איך קען נישט
א איד פארשעמען
ניין ניין
איך קען נישט
און איך מעג נישט
און איך טאר נישט
און איך וועל נישט
און איך וויל אפילו נישט
א איד פארשעמען
ניין איך וויל נישט
ניין איך זאל נישט
טאר נישט
קען נישט
מעג נישט און איך וועל נישט
א איד פארשעמען




Lipa Schmeltzer - BavLipa - בבליפא
Album BavLipa - בבליפא
date de sortie
17-02-2022




Attention! N'hésitez pas à laisser des commentaires.