Lipa Schmeltzer - Shualim - שועלים paroles de chanson

paroles de chanson Shualim - שועלים - Lipa Schmeltzer



בני עליה רבי יהושע און רבן גמליאל
אויך רבי אלעזר גייט צופיס אהיים פון שול
אין דער שפאצירל א פאסירל
הערן זיי דארט פיל געשרייען
הונדערט צוואנציג מייל אין לענג
שרעקן קראכן
הערן לאכן
פאר דעם תנא וויינען זיי קייכן
פרעגט עקיבא וואס וויינען ענק?
רבי רבי
גיב א קוק אויף די גוים
וואס דינען פאלשע געטער
משתחוים לעצבים
ומקטרים לכוכבים
דאך דער בורא אלעס גוטס זיי געט ער
זאלן מיר נישט וויינען?
פארקערט...
דערפאר גיב איך א לאך
א קל וחומר איך מאך
אז יענע מענטשן קריגן שכר
וואס גייט איר באקומען דערפאר
וואס גייען אונז באקומען דערפאר
רשעים קריגן גוטס
און עס שטעכט ווי א דארן
פארשטיי איך שוין פארוואס איר וויינט
דאך שפיר איך אז כמעט איז שוין מקויים געווארן
אייער שכר, מיין שמייכעלע מיינט
מיט רבי עקיבא תלמידי ישיבה
זיי גייען אהיים א שמועס אויף די וועגן
ביז א באגעגן ביי דעם בארג
א פוקסל א פוקסל
א שאקל דעם אקסל
דער גרויסער תנא
איז זיך מהנה
שמייכלט שיין פון באק צו באק
רבי דיין שמייכל
וואס איז דער שכל?
קוק אן דער ריח′ל
גייט נאך פון היכל
אונזער מקדש חרוב צוהאקט
אוי מיינע שעפעלעך
מיינע תלמידים
מיר האבן אזא נבואות
מיר האפן און מיר גלייבן
אז אט וועט זיך שוין אנהייבן
אלץ כשנים קדמוניות
נו וואס זאגט דער נביאות?
אז פאר דער גאולה אויסלייז
וועט זיך געבן א ווייז
ס'וועלן זיך דרייען דא פוקס נאך פוקס
נו זע דא פיל שועלים עס וואקסט
ס′מיינט אט די רענצלעך פאקטס
דער חורבן הבית שטעכט ווי א דארן
כ'פארשטיי תלמידים אז איר וויינט
דאך די ערשטע האלב נבואה איז שוין מקוים געווארן
דאס האט מיין שמייכעלע געמיינט
(שועלים הלכו בו)
(די חיות לויפן אזוי)
(און די שענסטע לענדער ליגט ביים גוי)
(יעצט ווארט מען אויף די אידישע 'דזשוי′ (joy))
רבי עקיבא כה לחי
רבי עקיבא ניחמתנו
מיר גלייבן רבי אז דו וויינסט
בקרוב וועט מען זאגן דעם שהחיינו
עקיבא דו האסט אונז געטרייסט
נו אז מ′זעט שוין די פוקסלעך
פאקטס איין אייער באקסלעך
(שועלים הלכו בו)
(שועלים הלכו בו)
די ערשטע האלב נבואה קלאפט שוין גענוי
באלד קומט די האלב פון משיח'שע זשוי (joy)
(עקיבא ניחמתנו)
עקיבא ניחמתנו
(עקיבא ניחמתנו)
עקיבא ניחמתנו




Lipa Schmeltzer - BavLipa - בבליפא
Album BavLipa - בבליפא
date de sortie
17-02-2022




Attention! N'hésitez pas à laisser des commentaires.