Lipa Schmeltzer - Lipas Shul Lyrics

Lyrics Lipas Shul - Lipa Schmeltzer



טייערע ברודער עטץ ווארטס
אז איך זאל אויפמאכן מיין הארץ
פון וואו קומט צו מיר אזא ציל
אז איך זאל אויפבויען א שוהל
און אויב שוין א שוהל איר פארשטייט
ווי נעמט מען די זעלבסט-זיכערקייט
פון זינגען פאר אידישע שאף
צו נעמען די פליכט פון א רב
נאר ווער עס איז א מענטש מפורסם בציבור
ווייסט מען קען פיל אויף טוהן ווי א גיבור
מחזק זיין פיל אידעלעך
מיט שמחה דורך לידעלעך
און אמאהל מען כאפט א שטיינדעלע דעריבער
יעדע שוועריגקייט איז ווי א שטיין
איך האב קיינמאהל נישט צוריק געווארפען ניין
פארביסען מיינע ציינדלעך
אוועק געלייגט די שטיינדעלעך
און פון דעם געבויעט א שוהל הערליך שיין
באשעפער דו ווייסט דאך אליין
מיר כאפן א שטיין נאך א שטיין
פון עזה און אפגאניסטאן
און די שנאה וואס קומט פון איראן
נסיונות גאר שווערע מען ליידט
אין אידישקייט אזוי פיל עס שניידט
די שווערע אבנים איבעראל
זעה שוין די צרות ישראל
כלל ישראל איז מפורסם בציבור
פארשטייט זיך אז מען ליידט אסאך דעריבער
(אוי!)
און ווען מען ליידט די קלעמעניש
גארנישט צוריק טוהן קען מען נישט
טאטע נאר דו קענסט העלפען ווי א גיבור
באשעפער נעם שוין צוזאמען
א שטיין נאך א שטיין
הער צו דאס געבעהט און דאס געוויין
נעם צוזאמען דיינע געמיינדעלעך
נעם שוין אלע שטיינדעלעך
און בוי שוין דיר אויף דיין שוהל הערליך שיין



Writer(s): Lipa Schmeltzer


Lipa Schmeltzer - Leap of Faith
Album Leap of Faith
date of release
01-01-2012




Attention! Feel free to leave feedback.