Mandy Patinkin - Motl the Operator Lyrics

Lyrics Motl the Operator - Mandy Patinkin



מאָטל דער אָפּרײטער
אין שאָפּ דאָרט שטענדיק נײט ער
אַלע יאָרן גײט אַרום אין שפּאַן
ער דרײט די קאַטערינק
און שװיצט בײַ דער מאַשינקע
מאָטל איז װױלער יונגער מאַן.
אָ מאָטל האָט װײַב און קינדער צװײ
שװער און ביטטער אַרבעט ער פֿאַר זײ
און װאָס מאָטל אַרבעט שװערער
פֿאַרדינט דער באָס אַלעס מערער
און מאָטל בלײַבט דער זעלבער אָרעמאַן.
װאָס זשע װיל דען מאָטל?
דער אָפּרײטער מאָטל?
ער װיל ניט קײן עשירות און קײן געלט.
ער װיל פֿאַר װײַב און קינדער ברױט,
און מאָל שוך, קלײד.
מאָטל װיל קײן סך ניט פֿון דער װעלט.
שטרײַק האָט אױסגעבראָכן.
שױן גאַנצע צװעלף װאָכן,
און מאָטל איז גוטער יוניאָנמאַן.
מאָטל דער אָפּרײטער
אַז מען שיקט אים, גײט ער
און מיט אַלע אין דער פּיקעטלײַן.
אין שטוב זײַן װײַב מיט קינדער צװײ.
אױ, אָן שטיקל ברױט האָט זי פֿאַר זײ.
טוט מאָטל װײ דאָס האַרץ
אַלעס קוקט אױס צו אים שװאַרץ,
ער דרײט זיך לעבן שאַפּ מיט סײַן.
װאָס זשע װיל דען מאָטל?
דער אָפּרײטער מאָטל
ער װיל ניט קײן עשירות און קײן געלט
ער װיל פֿאַר װײַב און קינדער ברױט
און מאָל שוך קלײד
מאָטל װיל קײן סך נישט פֿין דער װעלט
אין פּיקעטלײַן שטײט מאָטל
און גענגסטער מיט בטול.
באַפֿאַלן איז אים דאָרט אין מיטן גאַס.
מיטן פֿלאַש װאָס ער האָט געהאַלטן.
האָט ער מאָטלס קאָפּ צעשפּאַלטן
אין זײַן אײגן בלוט װערט מאָטל נאַס.
געװאָרן איז טומל געשרײ.
געבראַכט אים צו זײַן װײַב און קינדער צװײ.
זײ װײנען גיסן טרערן
נאָר מאָטל קען נישט הער
מאָטל האָט געענדיק שױן זײן דזאָבּ.
װאָס זשע װיל דען מאָטל?
דער אָפּרײטער מאָטל?
ער װיל ניט קײן עשירות און קײן געלט.
ער װיל פֿאַר װײַב און קינדער ברױט,
איצט ליגט שױן מאָטל טױט,
מאָטל װיל קײן סך נישט פֿין דער װעלט.



Writer(s): Towber, Solomonsoiv


Mandy Patinkin - Mamaloshen
Album Mamaloshen
date of release
24-02-1998




Attention! Feel free to leave feedback.