חוה אלברשטיין - Three Little Sisters текст песни

Текст песни Three Little Sisters - חוה אלברשטיין




ווען מיט מזל געזונט און לעבן
ס'עלצטע טעכטערל מיר וועלן אויסגעבן
וועל איך טאַנצן מיר האָפּ האָפּ האָפּ
אַראָפּ אַן עוּל פֿון קאָפּ
וועל איך טאַנצן אוי וועל איך טאַנצן
אַראָפּ אַן עוּל פֿון קאָפּ
שפּילט קלעזמאָרים שפּילט מיט לעבן
ס'ערשטע טעכטערל הייַנט אויסגעגעבן
נאָך געבליבן אונדז מיידלעך צוויי
ווי האַלט מען שוין בייַ זיי
שפּילט קלעזמאָרים אוי נעמט די כּלי זיין
זאָל די גאַנצע וועלט מיט אונדז זיך פֿרייען
אונדזער שׂימחה ווייסט נאָר איין גאָט
און דער וואָס טעכטער האָט
ווען כ'וועל זען דאָס צווייטע מיידל
אָנגעטאָן אין ווייַסן חופּה קליידל
וועל איך טרינקען אַ טענצל גיין
אַראָפּ פֿון האַרץ אַ שטיין
וועל איך טרינקען אוי וועל איך טרינקען
אַראָפּ פֿון האַרץ אַ שטיין
שפּילט קלעזמאָרים הייבט אָן שנייַדן
ס'צווייטע מיידל גיבן מיר אויס אין פֿריידן
דאָס מיזינקל געבליבן מיר
ווי האַלט מען שוין בייַ איר
שפּילט קלעזמאָרים פֿאַר אונדז מחותּנים
זאָלן נחת האָבן אויך קבצנים
אַ קינד אויסגעגעבן אוי גאָטעניו
אַ מיידל נאָך דערצו
ווען בייַם לעצטן כ'וועל שפּילן הערן
וועל איך עפּעס טרויעריק שטיין און קלערן
ס'לעצטע טעכטערל שוין אויך אַוועק
און וואָס איז נאָך דער צוועק
אוי ס'לעצטע טעכטערל אוי ס'לעצטע טעכטערל
און וואָס איז נאָך דער צוועק
שפּילט קלעזמאָרים באַזעצט די כּלה
צוגענומען אונדז די קינדער אַלע
דרייַ טעכטער איז אַ שווערער יאָך
נאָר אָן זיי איז שווערער נאָך
שפּילט קלעזמאָרים אַרויס מיט טרערן
ס'לעצטע בעטל וועט הייַנט ליידיק ווערן
ס'גאַנצע שטיבל איר קליידערשאַנק
אוי וויי ווי פּוסט און באַנג



Авторы: וילנסקי משה ז"ל, גבירטיג מרדכי ז"ל



Внимание! Не стесняйтесь оставлять отзывы.