חוה אלברשטיין - Reizele paroles de chanson

paroles de chanson Reizele - חוה אלברשטיין



•••
שטייט זיך דארט אין געסעלע
שטיל פארטראכט א הייזעלע
דערינען אויפן בוידעם שטיבל וואוינט מיין טייער רייזעלע
יעדן אוונט פארן הייזל דריי איך זיך ארום
כ'גיב א פייף און רוף אויס
רייזל! קום קום קום!
•••
עפנט זיך א פענסטערל
וואכט אויף ס'אלטע הייזעלע
און באלד קלינגט אין שטילן געסל א זיס קול ס'רעדט רייזעלע:
נאך א וויילע ווארט מיין ליבער
באלד וועל איך זיין פריי
גיי זיך נאך א פאר מאל איבער איינס צוויי דריי
גיי איך מיר א פרייליכער זינג און קנאק מיר
ניסעלעך הער איך אויף די טרעפלעך שפרינגען אירע
דראבנע פיסעלעך
שוין אראפ פון לעצטן טרעפל כ'נעם זי ליב ארום
כ'גיב איר שטיל א קוש אין קעפל קום קום קום!
כ'וויל דיך בעטן דודל זאלסט ארויף נישט פייפן מער
הערסט ער פייפט שוין זאגט די מאַמע
זי איז פרום ס'פאדריסט זי זייער
פייפן זאגט זי איז נישט יידיש ס'פאסט נאר בלויז פאר זיי...
גיב א צייכן פראסט אויף יידיש איינס צוויי דריי
כ'וועל פון הײַנט נישט פייפן מער
דערויף גיב איך א שבועה'לע
דיר צוליב וועל איך אפילו ווערן פרום מיין צנועהלע
כ'וועל זיין ווען דו ווילסט נאר רייזל
ווי דיין מאמע פרום
יעדן שבת גיין אין קלייזל קום קום קום!
כ'גלײב עס דיר מיין ליבינקער
און דערפאר דיר דוד'ל
שטריק איך א שיין תפילין זעקל מיט א מגן דוד'ל
ווען געפעלן ס'וועט אין קלייזל
זאגן זאלסטו זיי
ס'האט געשטריקט מיין ליבע רייזל
איינס צוויי דריי
כ'דאנק פאר דיין מתנה'לע כ'ליב אזוי דיך
רייזעלע! כ'ליב דיין מאמען כ'ליב דאס געסל
כ'ליב דאס אלטע הייזעלע
כ'ליב די שטיינדלעך לעבן הייזל טרעטסט אויף זיי ארום
הער דיין מאמע רופט שוין רייזל קום קום קום!
גיי איך מיר א פרייליכער זינג און קנאק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפלעך לויפן אירע דראבנע פיסעלעך
ווידער שטייט פארטראכט דאס הייזל
ס'געסל ווידער שטום
קום צו מיר אין חלום רייזל קום קום קום!



Writer(s): וילנסקי משה ז"ל, גבירטיג מרדכי ז"ל


חוה אלברשטיין - Chava Alberstein Sings Yiddish
Album Chava Alberstein Sings Yiddish
date de sortie
15-07-2008




Attention! N'hésitez pas à laisser des commentaires.