Mordechai Ben David - Kissifim текст песни

Текст песни Kissifim - Mordechai Ben David



די זון די שטערן זאגן עדות,
די וועלדער און די פעלדער גלייך,
די ערד וואס האט געזען די זיידעס,
יעדער אויף זיין אייגענע שפראך,
אב הרחמן שמע קולנו,
זעה וואס אויף דער וועלט קומט פאהר,
רצונך איז דאך רצוננו,
כשמש בצהריים קלאר
השתוקקות טוט צו דיר שלעפן,
א העכערקייט ביי אונז עס מאנט,
אבער פארט איז דא וואס זיי ווילן טשעפן,
נישט לאזן ווערן צו דיר נאנט,
געגועים שרייען צו דיר רופן,
פון אלע עקן פון דער וועלט,
עס בענקט דאס הארץ פיל מיט כיסופים,
ווען האסטו נאך אזוי געקוועלט,
די מעגליכקייט פון די וועלטס תענוגים,
די טיר צום גאס איז אפען ברייט,
פון אלע זייטן מקטריגים,
אבער קוק ווי שיין דיין פאלק היינט שטייט,
אזוי פיהל תורה אזוי פיהל שיעורים,
חסד און צדקה אהן א גבול,
א יעדע מצוה מיט הידורים,
מיט אמונה איז די וועלט היינט פיל,
כמים פנים לפנים,
צו פיהלסט דו נישט דאס ענגשאפט גרויס,
איך בעט דיך רחם אב על בנים,
איך ווייס נישט וויאזוי די האלסט עס אויס,
געגועים שרייען צו דיר רופן,
מבעט פון אלע עקן וועלט,
עס בענקט דאס הארץ פול מיט כיסופים,
ווען האסטו נאך אזוי געקוועלט,
(תשובת השי"ת לעם ישראל)
געגועים פון אייער הארצן טיפן,
איך זעה עס שאקלט דאך די וועלט,
איך פיל יא אייער בענקשאפט אייערע כיסופים,
איך האב קיינמאל נישט אזוי געקוועלט,




Mordechai Ben David - MBD with Shirah - Kisufim
Альбом MBD with Shirah - Kisufim
дата релиза
27-09-2011




Внимание! Не стесняйтесь оставлять отзывы.