חוה אלברשטיין - Avreml Marvikher Lyrics

Lyrics Avreml Marvikher - חוה אלברשטיין



אן א היים בין איך יונג געבליבן,
ס'האט די נויט מיך ארויסגעטריבן,
ווען איך האב נאך קיין דרײצן יאר געהאט, אין דער פרעמד,
ווײט פון מאמעס אויגן, האט אין שמוץ מיך די גאס דערצויגן,
און געווארן איז פון מיר א וואוילער יאט.
איך בין אברעהמל, דער פעיהיגסטער מרוויח'ער,
אַ גרויסער קינסטלער,
כ'ארבעט לײכט און זיכער,
דאס ערשטע מאל, כ'וועל עס געדענקען ביזן טויט,
ארײן אין תפיסה פאר לקחנען א ברויט,
כ'פאר נישט אויף מארקן ווי יענע פראסטע יאטן,
כ'צופ נאר בײ קארגע, שמוציקע מאגנאטן, כ'בין זיך מחיה,
ווען כ'טאפ אזא מאגנאט, איך בין אברעהמל גאר א וואוילער יאט.
אין דער פרעמד נישט געהאט צום לעבן,
געבעטן ברויט, אן ארעמער פלעגט נאך געבן,
נאר יענע לײט, וואס זענען תמיד זאט,
פלעגן אפט טרײַבן מיך מיט צארן,
ס'וואקסט א גנב, ס'איז מקויים געווארן.
א גנב בין איך, נאר א וואוילער יאט.
איך בין אברעהמל, דער פעיהיגסטער מרוויח'ער,
א גרויסער קינסטלער,
כ'ארבעט לײכט און זיכער,
א יאט א קליינער ארײן אין קוטשעמענט,
ארויס א מזיק, א זעלטענער טאלענט.
כ'פאר נישט אויף מארקן ווי יענע פראסטע יאטן,
כ'צופ נאר בײ קארגע, שמוציקע מאגנאטן,
כ'האב ליב א מענטשן, א מילדן, א נאשבראט,
איך בין אברעהמל גאר א וואוילער יאט.
שוין נישט לאנג וועט דאס שפיל געדויערן, קראנק פון קלעפ,
גיכט פון תפיסה מויערן, נאר איין בקשה, כ'וואלט אזוי געוואלט
נאך מײן טויט, אין א טאג א טריבן,
זאל אויף מײן מצבה שטיין געשריבן,
מיט אותיות גרויסע און פון גאלד:
"דא ליגט אברעהמל, דער פעיהיגסטער מרוויח'ער,
א מענטש א גרויסער געווען וואלט פון אים זיכער,
א מענטש א פײנער, מיט הארץ, מיט א געפיל,
א מענטש א ריינער, ווי גאט אליין נאר וויל,
ווען איבער אים וואלט געוואכט א מאמע'ס אויגן,
ווען ס'וואלט די פינצטערע גאס אים נישט דערצויגן,
ווען נאך אלס קינד ער א טאטן וואלט געהאט,
דא ליגט אברעהמל, יענער וואוילער יאט."
ווען איבער אים וואלט געוואכט א מאמע'ס אויגן,
ווען ס'וואלט די פינצטערע גאס אים נישט דערצויגן,
ווען נאך אלס קינד ער א טאטן וואלט געהאט,
דא ליגט אברעהמל, יענער וואוילער יאט.



Writer(s): וילנסקי משה ז"ל, גבירטיג מרדכי ז"ל


חוה אלברשטיין - Chava Alberstein Sings Yiddish
Album Chava Alberstein Sings Yiddish
date of release
15-07-2008




Attention! Feel free to leave feedback.